יצחק גנוז

יצחק גנוז (נולד ב-1927) הוא חוקר פולקלור, סופר ומשורר. עורך כתב העת ידע-עם, במה לפולקלור יהודי.

עס מעגן די ברוקשטיינער וויינען

"עס מעגן די ברוקשטיינער וויינען" –

פלעגט זאָגן מייַן מאַמע, זכרונה לברכה

אין אָנבליק פון טרויער, לייַדן און שטורעם

וואָס אין אונדזער געסל פלעגט קומען.

 

און זיי, די ברוקשטיינער, קליינע און גרויסע

שטייַף און פאַרבאָרגן אונטערן שניי און רעגן,

רעדער פון וואָגן, פּאָדקעוועס פון פערד,

זיי ווייסן און שווייַגן ווי די אַרומיקע ערד.

 

זיי האָבן געזען, געהערט און געשוויגן

ווען פאַריאָגטע אויף זיי זענען געגאַנגען,

ווען טרערן, פייער און קויל האָבן געטריבן

אונדזערע אַלטע, פרישע, בליִענדע זאַנגען.

 

און זמירות געהילכט דאָ אין שבת פאַרנאַכטן

און יוגנט מאַרשירט דאָ מיט אַ חלום אַ פּראַכטן,

און קינדער געשפּילט דאָ אין שניי און אין רעגן

אַוועק און פאַרשוווּנדן אין בלייַענע וועגן.

 

די ברוקשטיינער געהאַקטע קייַלעכדיק און שפּיציק

פאָרכטיק זיי קוקן נאָך הייַנט צו די הימלען,

פאַרטרערט און פאַרכמאַרעט, פאַרוואָקסן מיט גראָזן

ווי די פאַרגעסענע טריט אין פאַרוויסטן בית עולם.

 

הילצערנע שינדלען פון דעכער פאַרשוואַרצטע

צו בלויענע הימלען דער רויך האָט געשוועבט,

פאַרשטיקט די געוויינען פון קינדער די צאַרטע,

און ניטאָ דאָ הייַנט קיינער, וואָס האָט געזען,

וואָס געהערט.

"עס מעגן די ברוקשטיינער וויינען" –

פלעגט זאָגן מייַן מאַמע, זכרונה לברכה,

אין אָנבליק פון טרויער, לייַדן און שטורעם

וואָס אין אונדזער געסל פלעגט קומען.

 

תעודת ''אקסודוס'' של חיה גנוזוביץ – וינברג ז''ל, מורה, מדריכה ומחנכת

תעודת "אקסודוס" של חיה גנוזוביץ – וינברג ז"ל, מורה, מדריכה ומחנכת

מודעות פרסומת

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

תמונת גוגל

אתה מגיב באמצעות חשבון Google שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

מתחבר ל-%s

%d בלוגרים אהבו את זה: