יצחק גנוז

יצחק גנוז (נולד ב-1927) הוא חוקר פולקלור, סופר ומשורר. עורך כתב העת ידע-עם, במה לפולקלור יהודי.

דאָס ליד וועגן זיידן און אייניקל

"די יאָרן לויפן, מיר לויפן מיט" –

האָט געזאָגט מייַן זיידע.

"ס'איז גוט צו לויפן" – האָב איך געזאָגט, –

"לאָמיר לויפן ביידע".

 

צעשמייכלט זיך מייַן זיידע ברייט

און גלעט זייַן באָרד, די ווייַסע,

"צו וואָס זיך אייַלן, די זון פאַרגייט,

כ'וועל דיר דערציילן אַ מעשֹה.

 

מייַן פערד און וואָגן פּאַמעלעך פאָרן

און איך מיט זיי צוזאַמען.

איך זע גאָטס הימל, איך זע גאָטס ערד

און ברום אַ ליד אין גראַמען.

 

אַ זמן פאַר מינחה, אַ צייַט פאַר מעריב

און אין דעם טאָג און צייַט צווישן,

איך טראַכט אַרייַן אין אונדזער לעבנסגאַנג

און פרוּוו פון שטילקייט געניסן".

 

"דערצייל שוין די מעשֹה, זיידע, שנעל,

עס רודערט דער עראָפּלאַן פון דער ווייַטן,

איך מוז שוין לויפן, די פינצטער ווערט העל,

די לבנה מיט די זון טוט זיך בייַטן…"

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

תמונת גוגל

אתה מגיב באמצעות חשבון Google שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

מתחבר ל-%s

הכניסו את כתובת הדוא"ל שלכם, כדי לעקוב אחרי האתר ולקבל עדכונים על פרסומים חדשים במייל.

יצירת קשר

YGanuz@gmail.com
%d בלוגרים אהבו את זה: